ייִדישן אין בערלין 2022

דער דאָזיקער זומערקורס איז שוין אַריבער

די דריטע זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין בערלין וועט פֿאָרקומען אין דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן־אינסטיטוט בײַ דעם פֿרײַען אוניווערסיטעט אין בערלין פֿונעם 8טן ביזן 26סטן אויגוסט 2022.

במשך דרײַ וואָכן נעמט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער־אינסטיטוט אויף תּלמידים פֿון דער גאַנצער וועלט און לייגט זיי פֿאָר ייִדיש־קורסן און קולטורעלע אַקטיוויטעטן.

צום ערשטן מאָל וועט די פּראָגראַם זײַן היבריד : די סטודענטן פֿונעם זעלביקן קלאַס וועלן קענען זיך לערנען אָדער אויפֿן אָרט אָדער דורך זום.

דער פּעדאַגאָגישער פּערסאָנאַל אונטער דער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי וועט פֿאָרלייגן אַן אינטענסיווע פּראָגראַם פֿון ייִדיש־לעקציעס, וואַרשטאַטן (געזאַנג, טעאַטער, שמועס, קאָכן…), רעפֿעראַטן, באַזוכן און פֿילמען.

אַחוץ די 4 מדרגות לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, וועט מען צום ערשטן מאָל אין בערלין פֿאָרלייגן אַ קורס פֿאַר ייִדיש־לערער.

עס וועלן צעטיילט ווערן סטיפּענדיעס כּדי צו דערלויבן יונגע סטודענטן פֿון דער גאַנצער וועלט צו קומען פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש און זיך באַקענען מיט אַנדערע ייִדישיסטן.

אָרט פֿון די לעקציעס :

Osteuropa-Institut (Freie Universität Berlin)
Garystraße 55, 14195 Berlin

אָרגאַניזאַטאָרן

 

אָרגאַניזאַציע־קאָמיטעט : שרון בר־כּוכבֿא, טל חבֿר־כיבאָווסקי, רייזע טורנער, נאַטאַליע קריניצקאַ, מרים שולץ.

מיטאַרבעטערינס : שׂרה ביסקאָוויץ, קלאַריס בראָסאַר, עליזאַבעט לאַנדענבערגער, אַמעלי מאָזער, סאַלאָמע נוימאַן.

קאָאָרדינאַטאָר : טל חבֿר־כיבאָווסקי

אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק בשותּפֿות מיט דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן־אינסטיטוט בײַ דעם פֿרײַען אוניווערסיטעט אין בערלין.