מדרגות און לערערס

שעהען־פּלאַן (בערלינער צײַט)

מאָנטיק – פֿרײַטיק

9.15 – 10.45 אַז׳ : לעקציעס

10.45 – 11.15 אַז׳ : קאַווע־הפֿסקה

11.15 – 12.45 אַז׳ : לעקציעס

די לערערס

אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי

1טע מדרגה

קאַראָ וועגנער און עטל ניבאָרסקי

אַלף־בית, לייענען, שרײַבן, שמועס, יסודות פֿון דער גראַמאַטיק. מע דאַרף ניט קיין פֿריִערדיקע קענטענישן פֿון דער שפּראַך, נאָר ס׳איז בעסער זיך צו באַקענען אין פֿאָרויס מיטן אַלף־בית.

2טע מדרגה

סאָניע דראַטוואַ־פּינקוסאָוויטש און רייזע טורנער

אַנטוויקלונג פֿונעם וואָקאַבולאַר, רעדן און שרײַבן, גראַמאַטיק, פּשוטע טעקסטן.
צוגעפּאַסט פֿאַר תּלמידים וואָס קענען שוין לייענען און שרײַבן, און וואָס באַהערשן די עלעמענטאַרע גראַמאַטיק (דעקלינאַציע, קאָניוגאַציע אין דער איצטיקער, פֿאַרגאַנגענער און קומעדיקער צײַט).

3טע מדרגה

סאָניע דראַטוואַ־פּינקוסאָוויטש : שמועס, אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער ליטעראַטור 

אליעזר ניבאָרסקי : גראַמאַטיק

4טע מדרגה

אליעזר ניבאָרסקי : אַוואַנסירטע גראַמאַטיק

קאַראָלינאַ שימאַניאַק : פּראָזע־מיניאַטורן

5טע מדרגה

 נאַטאַליע קריניצקאַ : ייִדישע דראַמאַטורגינס 

קאַראָלינאַ שימאַניאַק : ייִדישע מיזרח־אייראָפּע באַלד נאָך דער מלחמה (1949-1945) : ליטעראַרישע טעקסטן, רײַזע־באַשרײַבונגען, אַרכיוו־דאָקומענטן

אויב איר זײַט ניט זיכער וועלכע מדרגה איז פֿאַר אײַך צוגעפּאַסט, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אונדז

סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער

שרון בר־כּוכבֿא און רייזע טורנער

דער סעמינאַר איז באַשטימט פֿאַר די וואָס זײַנען שוין ייִדיש־לערער, אָדער וואָס וועלן / ווילן לערנען אין דער צוקונפֿט.

מינימום אײַנגעשריבענע : 5.
מאַקסימום אײַנגעשריבענע : 10.

די הויפּט־מעלות פֿונעם סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער לויט די פֿריִערדיקע אָנטייל־נעמער :

פּרטים וועגן דעם סעמינאַר :